ברוכים־הבאָים אין די נאַציאָנאַלע ים־מוזייען
די "נאַציאָנאַלע ים־מוזייען" זײַנען אַ נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ וואָס איר אויפֿגאַבע איז אויפֿצוהיטן די ים־טראַדיציע און פֿאַרשפּרייטן די קענטענישן וועגן איר. מיר פֿירן דרײַ מוזייען וואָס גיבן זיך אָפּ מיט דער ים־טעמאַטיק: דער ים־מוזיי אין קאַרלסקראָנאַ, דער וואַזאַ־מוזיי און דער מוזיי פֿאַר ים־געשיכטע אין שטאָקהאָלם. מיר שטרעבן אויפֿצונעמען אונדזערע באַזוכערס אויף אַ גאָר הויכער מדרגה און דאָס, בײַ אַ יערלעכער צאָל באַזוכער אין די מוזייען פֿון 1.4 מיליאָן. אונדזערע מוזייען פֿאַרמאָגן רײַכע קאָלעקציעס עקספּאָנאַטן, ביבליאָטעקן און אַרכיוון מיט דאָקומענטאַציע צו פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון דער ים־געשיכטע, ווי למשל דאָס ציווילע און מיליטערישע זעגלען, די בוי־ און פֿיר־טעכניק פֿון שיפֿן. די קאָלעקציעס ווערן כּסדר באַרײַכערט מיט נײַע מאַטעריאַלן דורך זעלבסט־דאָקומענטאַציע פֿון פֿאַרשיידענע תּקופֿות און אויך דורך רעקלאַמע. אַ גרויסער טייל פֿון די קאָלעקציעס איז דירעקט צוטירטלעך דורך אונדזער דיגיטאַלער דאַטן־באַזע אויף אונדזער וועבאָרט. איין פּרינציפּ לויט וועלכן עס אַרבעט די אינסטאַנץ איז זיך צו ווענדן צו דער ברייטער עפֿנטלעכקייט, כּדי צו אַנטוויקלען און צו פֿאַרמערן דאָס וויסן וועגן דער טראַדיציע פֿון ים־קולטור. מיר טוען דאָס, צווישן אַנדערע, שאַפֿנדיק אַ קאָמוניקאַציע־נעץ און באַגרינדנדיק קאָנטאַקט־פֿאָרומס אַרום פֿאַרשיידענע טעמעס. מיר ווירקן אויך לטובֿת דעם, אַז זעגלשיפֿן און שיפֿן פֿאַר פּריוואַטער פֿאַרווײַלונג זאָלן באַקומען דעם "k"־סימן, אָנצוּווײַזן אַזוי אַרום אויף די פֿאַראַנענע געשיכטלעך־קולטורעלע ווערטן, וואָס זײַנען אַ טייל פֿון דער טראַדיציע פֿון זעגל־קולטור אויפֿן וואַסער. מיר טיילן אויך צו געלטפּריזן די זעגלשיפֿן וואָס פֿאַרמאָגן אַ היסטאָרישן ווערט. מיר פֿירן דורך און שטיצן אונטער פֿאָרשונג וועגן דער אַרכעאָלאָגיע, עטנאָלאָגיע און געשיכטע פֿון ים. אַ דאַנק אַ שותּפֿות מיטן שטאָקהאָלמער אוניווערסיטעט, וועט אין 2010 דערעפֿנט ווערן אַ צענטער פֿאַר ים־פֿאָרשונג. בײַ אונדזער אינסטאַנץ ווערט איצט, צווישן אַנדערע, געפֿאָרשט די אָפּגעפֿונענע שיף Vasa און די פּראָבלעמען אין שײַכות מיט דער קאָנסערוואַציע פֿון אירע חלקים. די "נאַציאָנאַלע ים־מוזייען" אַגיטירן פֿאַר אַ ריינערער סבֿיבֿה! אונדזערע מוזייען זײַנען די ערשטע אין גאַנץ סקאַנדינאַוויע, וואָס געניסן פֿון אַן אָפֿיציעל אָנערקענטער סבֿיבֿה־ליצענץ לויט דער אינטערנאַציאָנאַלער באַשטימונג ISO14001.